עס געטראגן אינעם וועסטל-טאש. עס האט געקאסט ארום 2-3 דאלאר א פען, אדער א פעקל פון א פען און א פענסיל פאר בערך 5 דאלאר. יא! א פארקער-פען...! עס איז א באוואוסטער ברענד וואס יעדער האט געקענט, און מיר גלייבן אז אלע ליינער שאקלען אצינד מיט'ן קאפ, ווי צו זאגן "יא יא, מיר געדענקען..."

די פירמע האט געוואלט דראסטיש ארויפגיין מיט די פרייז פאר'ן פען, אבער זיי האבן געהאט א פראבלעם. ווייל יעדער ווייסט וויפיל א פארקער-פען קאסט, און מען קען נישט אזוי נישט-מיר-נישט-דיר העכערן מיט אפאר דאלאר דעם פרייז, ווייל עס וועט ווערן א וויי-געשריי אז עס איז צו טייער.

האט "פארקער" גענוצט אן אינטערעסאנטן מעטאד. זיי האבן אפגעשטעלט די פראדוקציע פונעם פארקער-פען פאר איין גאנצע יאר. עס איז אויסגעלאפן פון די מארקעט, און דאן האבן זיי ווידעראמאל "רי-אינטערדוסט" דעם פארקער-פען פאר צען דאלאר!

זיי וואלט עס קיינמאל נישט געקענט העכערן אויף איין שאס מיט פיר\פינף הונדערט פראצענט, אבער וויבאלד עס איז שוין געווען אראפ פון די מארקעט א יאר צוויי, האבן זיי געקענט צוריקקומען מיט פיל א העכערן פרייז.

דאס איז נאך א דוגמא פון Scarcity וואס מיר האבן גערעדט צוויי וואכן צוריק, וויאזוי פירמעס קענען אוועקנעמען צוטריט צו א געוויסע פראדוקט\סערוויס פאר א געוויסע צייט, כדי צו קענען ארויסנעמען גרעסערע בענעפיטן אינעם לאנגן טערמין.

בילד: געדענקט איר דעם 'פארקער-פען'?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל