שווייץ – א זעלבסט-דערקלערטער נאטורליכער היילער אין שווייץ איז אויסגעשטאנען א פראצעס פאר'ן אנשטעקן פאציענטן מיט שטערבליכע קראנקהייטן נאכדעם וואס ער האט איבערגענוצט די אקיופאנקטשור נאדלען וואס ער האט גענוצט פאר זיינע מכלומר'שטע היילונגען פון איין פאציענט צום צווייטן. דער 54 יעריגער היילער איז די וואך ארעסטירט געווארן, ווייל ער האט אויפגעהערט ערשיינען ביי זיין פראצעס. זיינע פארברעכנס זענען באקאנט געווארן נאכדעם וואס אן אנגעשטעקטער פאציענט פון דעם היילער, וועלכער איז באהאנדלט געווארן אין א שפיטאל אין בערן, שווייץ, האט געזאגט די דאקטוירים אז ער גלויבט אז ער איז אנגעשטעקט געווארן דורך די נאדלען פונעם נאטורליכן היילער.

בילד: קראנק געווארן פון נאטורליכן היילער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל