א דייטשע געריכט האט געאורטיילט, אז א געוועזענער נאצי וועמענס אויפגאבע איז געווען צו ציילן דאס געלט פון די אוישוויץ-קרבנות ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה, זאל אויסדינען זיין צוגעטיילטן פיר-יעריגן טורמע-טערמין.

דער 96-יעריגער אסקאר גראונינג האט געדינט אלס אזויגערופענער 'אוישוויץ-בוכהאלטער', מיט אן אויפגאבע פון האלטן חשבון אויפ'ן געלט וואס די נאציס האבן צוגערויבט פון די קרבנות ביים אנקומען צו דעם טויט-לאגער.

גראונינג איז פריער פאראורטיילט געווארן צו פיר יאר תפיסה פאר דער ראלע וואס ער האט געשפילט אין אוישוויץ, אבער זיינע אדוואקאטן האבן אפעלירט דעם אורטייל און גע'טענה'ט אז די אנקלאגעס זאלן ארויסגעווארפן ווערן צוליב גראונינג'ס עלטער און שוואכן געזונט-צושטאנד.

די איראניע איז, אז גראונינג'ס ראלע ביי דער מלחמה איז ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט נאך עטליכע אינטערוויוס וואס ער האט געגעבן, אין וועלכע ער האט אין א פרואוו איבערצוצייגן האלאקאוסט-לייקענערס דערציילט וועגן זיין ראלע און געשילדערט די גרוילטאטן פון אוישוויץ וואס ער האט אליין געזען.

בילד: אוישוויץ-בוכהאלטער וועט גיין אין תפיסה

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל