מישיגען – א לאנגיעריגער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן, סענדי לעווין (Sander Levin) פון מישיגען, האט געמאלדן אז ער גייט רעטייערן און נישט לויפן פאר ווידערוויילונג קומענדיגן יאר. קאנגרעסמאן לעווין האט געדינט אין קאנגרעס נאענט צו פינף און דרייסיג יאר, און האט פאר אסאך יארן אנגעפירט די מאכטפולע קאנגרעסיאנאלע "וועיס ענד מיענס" קאמיטע, העלפנדיג דורכשטופן אבאמאקעיר ווען די דעמאקראטן זענען געווען אין קאנטראל פון קאנגרעס. לעווין, א איד ביים עלטער פון 86 יאר, איז ערווארטעט צו רעטייערן אין דעצעמבער יאר 2018, און באריכטן צייגן אז זיין זוהן ענדי לעווין וויל לויפן פאר זיין זיץ. זיין רעטייערטמענט ווערט באטראכט דורך דער רעפובליקאנער פארטיי אלס א פאסיגע שאנס אריינצושפרינגען און פרובירן צו פארכאפן א קאנגרעס זיץ אין דער וויכטיגער סטעיט מישיגען, וועלכע איז אמאל געווען א דעמאקראטישע סטעיט, אבער האט זיך גערוקט צוביסלעך מער אין דער רעפובליקאנער דירעקציע אין די לעצטע פאר יאר.

בילד: לאנגיעריגער קאנגרעסמאן לעווין וועט רעטייערן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל