אָלבאַני. — אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס פון וואודבורי איז דער לעצטער פּאָבליק באַאַמטער אויפצופאָדערן פירמעס אַראָפּצונעמען די "זאָמביע יוטיליטי פּאָולס".

דאָס זענען פאַרלאָזטע יוטיליטי שטאַנגען וואָס האָבן אין די פאַרגאַנגענהייט געטראָגן אויף זיך טעלעפאָן אָדער עלעקטריק קעיבלס, אָבער זענען שוין ערזעצט געוואָרן דערנעבן מיט פרישע. דער פּראָבלעם איז אַז די אַלטע שטאַנגען זענען טייל דורכגעשניטן און פאַרבליבן אויפ'ן פּלאַץ, און שאַפן בלויז קורץ–שלוסן, רייסן איבער קאָמוניקאַציע אָדער בלאָקירן די ראָודס.

לויט די סטעיט "פּאָבליק סערוויס קאָמישען" (פּי–עס–סי), זענען פאַראַן אין סקאָופיס 99'סטע אַסעמבלי דיסטריקט איבער 1,100 "זאָמביע יוטיליטי פּאָולס" וואָס זענען נישט אין באַנוץ אָבער זענען דאָרט פאַרבליבן.

די געזעצגעבער האָבן זיך שוין באַגעגענט מיט באַאַמטע פון "האָדסאָן געז ענד עלעקטריק" און "אָרענדזש און ראַקלענד", ביידע וועלכע האָבן זיך פאַרפליכטעט אַראָפּצונעמען די פּאָולס. לויט די סטעיט געזעץ, איז פאַראַנטוואָרטליך פאַר'ן אַראָפּנעמען די אַלטע שטאַנג, די לעצטע יוטיליטי וועלכע האָט געטוישט איר ליניע צו אַ נייעם שטאַנג.

"די האָדסאָן–וואַלי איז באַקאַנט פאַר איר ענווייראָמענט און נאַטירליכע שיינקייט. קיינער וויל נישט זען אַ בינטל אַלטע אַרויסגעוואָרפענע פּאָולס פוילט אויפ'ן זייט פונעם ראָוד", האָט סקאָופיס געזאָגט. ער האט צוגעגעבן, אַז זיי קענען אויך שטעלן אַ געפאַר צו פּאָבליק–סעיפטי "בעת זיי ווערן עלטער און מער שוואַך".

קאָרנוואָל טאַון סופּערווייזער ריטשאַרד רענדעזאָ האָט געזאָגט, אַז זיין טאַון ווערט געשעדיגט דורך די "זאָמביע פּאָולס".

קאָרנוואָל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די באַוועגונג אויפצופאָדערן "סענטראל האָדסאָן" אַראָפּצונעמען די פּאָולס, ספּעציעל לענגאויס מעין סטריט.

איבער אַ יאָר צוריק, איז סענאַטאָר טשאָק שומער געקומען צום וואוילקיל טאַון האָל אויפצופאָדערן יוטיליטי פירמעס אַראָפּצונעמען די אומבאַנוצטע פּאָולס.

בילד: סקאָופיס פאָדערט אויף פירמעס אַראָפּצונעמען "זאָמביע יוטיליטי פּאָולס"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל