לאנדאן – די אמעריקאנער אמבאסאדע אין לאנדאן וועט אין יאנואר זיך אריבערציען צו א נייעם ביליאן-דאלארדיגן היים, הארט נעבן דער הערליכער טעמעס טייך. ענגלאנד'ס נאנטסטע אליאירט לאנד וועט איבערלאזן איר גרויסע שטיין-און-ציגל אמבאסאדע געביידע, וועלכע איז געבויעט געווארן אין די 1960'ער יארן אינעם גראסוואנאר סקווער, א געגנט וועלכע איז באקאנט געווארן אלס "קליין אמעריקע" אין לויף פון צווייטן וועלט קריג, ווען דער סקווער האט אויך אנטהאלטן די מיליטערישע הויפטקווארטירן פון דאן-גענעראל דווייט אייזענהאוער. די נייע צוועלף שטאקיגע אמבאסאדע געביידע איז געסקעדזשועלט זיך צו עפענען אום יאנואר 16, און עס וועט פארמאגן 800 שטאב-איינגעשטעלטע און ארום טויזנט באזוכער טעגליך.

בילד: נייע אמבאסאדע אין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל