וואשינגטאן – אין א פרעצעדענטלאזער שריט, האט די אמעריקאנער רעגירונג נעכטן ארויסגעשטעלט באווייזן, שטיקער פון מיסילס און אנדערע וואפנס, וואס קומען פון איראן און זענען גענוצט געווארן דורך מיליטאנטישע גרופעס אינעם מיטל מזרח, וועלנדיג צייגן מיט דעם, אז איראן פארלעצט א סעריע יו-ען רעזאלוציעס.

אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדארשע, ניקי העילי, איז געווען די וועלכע האט פרעזענטירט די איראנער וואפנס און מיסילס, ביי א ספעציעלער אויסשטעלונג פאר דער מידיא אין דער מיליטערישער "אנאקאסטיא באולינג" באזע אין וואשינגטאן די-סי, און העילי האט אנערקענט אז ס'איז פרעצעדענטלאז אז די רעגירונג צייגט פיינטליכע וואפנס וואס מ'האט געזאמלט פונעם שלאכטפעלד.

דער הויכפונקט פונעם אויסשטעל איז געווען איבערבלייבענישן פון א גרויסן מיסיל, וועלכע פארמאגט 9 ספעציעלע רערן, וואס בלויז איראן מאכט די סארט רערן און עס האט געהאט זיגלען פון אן איראנער פירמע. דער מיסיל איז געשאסן געווארן דורך איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן אין תימן, אויף א ציווילן לופטפעלד אין ריאד, סאודי אראביע, מיט א מאנאט צוריק.

אנאליסטן זאגן אז העילי'ס זעלטענע אויסלייג און רעדע, וואו זי האט באשולדיגט איראן אין פארלעצן יו-ען רעזאלוציעס וועלכע ערלויבן נישט לענדער צוצושטעלן וואפנס פאר נישט-רעגירונג באוואפנטע באנדעס, קומט אלס צוגרייטונג צו דער טראמפ אדמיניסטראציע'ס ווארשיינליכן באשלוס אינגאנצן אפצושאפן קומענדיגן מאנאט דעם איראן דיעל, ווען טראמפ וועט דארפן מאכן איבער דעם א באשלוס.

בילד: אמעריקע שטעלט ארויס באווייזן אז איראן פארלעצט יו-ען אפמאכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל