קוועלער אין ווייסן הויז האבן באריכטעט אז די ערשטע פרוי מעלאניע טראמפ און די פירערשאפט אינעם ווייסן הויז האבן גענומען א באשלוס צו אפשניידן דעם היסטארישן ״דשעקסאן מאנגאליע בוים״ די אנערקענטע בוים וועלכע האט פיגורירט אויף טייל פון אמעריקאנער דאלארן, און איז פארוואנדלט געווארן אין א נאציאנאלן סימבאל און פיגורירט אויף פילע פאטאגראפן פונעם ווייסן הויז. דאס בוים איז איינגעפלאנצט געווארן אין 1829 דורך דעם נייעם פרעזידעט ענדרו דשעקסאן אין אנדענק פון זיין פארשטארבענעם ווייב, ער האט געברענגט די זומען פון זייער גארטן אין טענעסי.

דער בוים איז אין די לעצטע יארן שטארק אפגעשוואכט געווארן און האלט זיך נאר מיט פארשידענע הילף פון לייסטלעך און שטריקן, און עס שטעלט א געפאר צום ווייסן הויז אויב עס פאלט. טייל פונעם בוים וועט אבער איבערגעפלאנצט ווערן אויפ׳ן זעלבן ארט. אינטערסאנט צו אנצייגן אז פרעזידענט טראמפ האט פילע מאל פארגליכן זיין פרעזידענטשאפט צו די סטיל פון ענדרו דשעקסאן, און אצינד אונטער זיין זייגער ווערט אוועקגענומען א סימבאלישע אנדענק צום דשעקסאן פרעזידענשאפט.

בילד: היסטארישער בוים פארנט פון ווייסן הויז וועט באזייטיגט ווערן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל