ווערמאנט – די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א פרוי, וועלכע האט פאר'סמ'ט עטליכע פון אירע שכנים דורכ'ן צוזאמשטעלן די געפארפולע רייסין סם. די 70-יעריגער פרוי בעטי מיללער (Betty Miller), וועלכע וואוינט אין א ספעציעלע רעטייערמענט קאמיוניטי אין ווערמאנט, האט דערציילט פאר אן עף-בי-איי אגענט אז זי האט געהאט "גרויסצוגיקע פלענער" מיט די רייסין סם, און זי האט געוואלט אויספרובירן צו זען צי עס איז אפעקטיוו, האט זי עס אריינגעשטעלט אין עסנווארג און אנדערע באשטאנדטיילן, וואס זי האט דערנאך געליפערט צו אירע שכנים. די עף-בי-איי זאגט אז אמווייניגסטנס איינער פון מיללער'ס שכנים זענען קראנק געווארן נאכ'ן אויסטרינקען די רייסין סם אומוויסנדיג, אבער עס האט נישט געברענגט קיין פאטאליטעטן. די פעדעראלע אויספארשער האבן געטראפן עטליכע קאנטעינארס מיט די רייסין סם אין מיללער'ס קאך, וואס זי האט דערציילט אז זי האט עס געמאכט דורך רעצעפטן וואס זענען אפן פאר'ן פובליק, מיט מאטעריאלן וואס יעדער קען לייגן א האנט דערויף.

בילד: פארשוין פאר'סמ'ט שכנים מיט רייסין סם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל