באלי - פאליציי אין אינדאנעזיע האבן אנגעהויבן א מאסיווע זוך אקציע, צו טרעפן אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז סוקסעספול אנטלאפן פון א טורמע אויפ'ן אינזל באלי, ווען ער האט דורכגעשניטן מעטאלענע שטאנגען אויפן דאך פון דער טורמע געביידע. די רעדע איז פון קריסטיען ביעסלי, וועלכער ווערט געהאלטן דורך די אינדאנעזיער אויטאריטעטן אלס א פארדעכטיגטער אין א סעריע דראג פארברעכנס, אבער ער איז דערווייל נישט פאראורטיילט געווארן. אינאיינעם מיט ביעסלי האט אויך פרובירט צו אנטלויפן נאך אן אמעריקאנער בירגער ביים נאמען פאול ענטאני האופמאן, אבער ער איז געכאפט געווארן נישט לאנג נאכ'ן אנטלויף. די טורמע פון וואו די צוויי אמעריקאנער זענען אנטלאפן, איז די טרויעריג-בארימטע "קעראבוקאן" טורמע, וועלכע איז אנגעפילט מיט די ערגסטע קרימינאלן און מערדער, און די אינדאנעזיער רעגירונג האלט דארט רוטין אזעלכע אויסלענדישע וואס ווערן באשולדיגט אין דראג פארברעכנס. די אמעריקאנער רעגירונג האט נאכנישט קאמענטירט איבער'ן אנטלויף.

בילד: אמעריקאנער אנטלויפט פון אינדאנעזיע טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל