שיקאגא – די אמעריקאנער אגענטור וואס פארפיגט מיט די רעגולאציעס איבער לונגען איבערפלאנצונגען, האט די וואך געטוישט אירע רעגולאציעס, אז קינדער וואס דארפן א לונגען איבערפלאנצונג, זאלן פונקט אזוי זיין אויף די ליסטע ווי ערוואקסענע. דאס איז געקומען נאך צוויי סוקסעספולע אנקלאגעס פון עלטערן פון קינדער וואס זענען שטערבליך קראנק ל"ע און דארפן דרינגענד אנגעקומען צו א לונגען איבערפלאנצונג. מען האט אצינד בערך אכצן הונדערט מענטשן אין אמעריקע אויף דער לונגען איבערפלאנצונגען ווארטן ליסטע, דאס נעמט אריין 30 קינדער אונטער 12 יאר. ביי ערוואקסענע און קינדער פון העכער 12 יאר, ארבעט דער סיסטעם אז מען לייגט אריין די אינפארמאציע פונעם קראנקן אין א קאמפיוטער פראגראם, וואס גיט ארויס א פריאריטעט ציפער, און מאכט אפ אויף וועלכן ארט אויף דער ליסטע דער מענטש איז צו באקומען א לונגען איבערפלאנצונג, און פון יעצט און ווייטער וועלן קינדער אויך זיין אויף דער זעלבער ליסטע.

בילד: טויש אין לונגען איבערפלאנצונג ליסטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל