בילד: פובליק טראנזיט שעדיגט שמיעה
מאנטרעאל – מענטשן וואס רייזן אויף פובליק באסעס אדער באנען, און אפילו אזעלכע וואס פארן אויף ביציקלעך נאענט צו פארנומענע טראפיק, זענען אויסגעשטעלט צו אזעלכע הויכע גערודער, וועלכע קען שטארק שעדיגן דעם חוש השמיעה. די ווארענונג קומט פון דאקטער ווינסענט לין פון קאנאדע, וועלכער האט דורכגעפירט אונטערזוכונגען אויף עטליכע צענדליגער סטודענטן וועלכע זענען אלע אינעם זעלבן געזונט צושטאנד און אלע פירן אן ענליכן לעבנס-שטייגער, און ער האט געפונען, אז אזעלכע וואס זענען געפארן מיט די אייגענע קארס האבן געהאט א שטארקערן חוש השמיעה, ווי די וועלכע האבן אפט גענוצט פובליק טראנספארטאציע אדער ביציקלעך. דאקטער לין זאגט אז ער רעקאמענדירט זיך אנצוטון "אויערן פלאגס" בשעת מ'פארט אויף א פובליק באס אדער באן, און זיין רעקאמענדאציע קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס די יו-ען וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט פובליצירט ציפערן וואס צייגן אז 360 מיליאן מענטשן איבער דער וועלט ליידן פון שווערע הער-קראפט פארלוסט און 16 פראצענט דערפון קומט פון זיין אויסגעשטעלט צו שווערע קולות אויף די גאסן ארום וואו מ'וואוינט אדער מ'ארבעט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל