ברוקלין – דער ניו יארק סטעיט העלט דעפארטמענט זאגט, אז די פלו איז אצינד גאר שטארק פארשפרייט לענגאויס דער סטעיט, וואס באדייט אין פראקטישן זין פון ווארט, אז דאקטוירים און נוירסעס וועלכע האבן נאכנישט באקומען קיין פלו-שאט, מוזן גיין אנגעטאן מיט מעדיצינישע מאסקעס בשעת'ן ארבעטן מיט פאציענטן, ווייל עס הערשט א געפאר אז זיי וועלן גרינג אריבערכאפן די פלו פון פאציענטן, אפילו אזעלכע וואס זענען נאכנישט אפיציעל דיאגנאזירט מיט דער פלו.

געזונטהייט קאמישאנער, דאקטער האוערד זאקער, זאגט אז אלעס אינאיינעם זענען שוין דא אכצן הונדערט באשטעטיגטע פעלער פון פלו לענגאויס 54 קאונטיס און אלע 5 באראס אין ניו יארק סיטי, און פון די 1800, האבן איבער 600 געדארפט צוקומען צו באהאנדלונג אין שפיטאל.

בילד: שווערער פלו אויסברוך אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל