מאדריד – א ריכטער אינעם שפאנישן סופרים קאורט האט צוריקגעצויגן פונעם ארעסט באפעל אויפן געוועזענעם פירער פונעם קאטאלאניע ראיאן און פיר אנדערע געוועזענע מיניסטארן. די ארעסט באפעלן זענען אריגינעל ארויסגעגעבן געווארן מיט א מאנאט צוריק, נאכדעם וואס כאאס האט אויסגעבראכן אין קאטאלאניע, ווען דער דעמאלטדיגער פירער קארלאס פוזשעמאנט האט דערקלערט אז דער ראיאן וועט זיך אפרייסן פון שפאניע און זיך דערקלערן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. נאכדעם וואס די שפאנישע צענטראלע רעגירונג איז אריינגעקומען און געזאגט אז זיי וועלן גענצליך פארכאפן מאכט פון קאטאלאניע, צו פארמיידן זעלבסטשטענדיגקייט, איז פוזשעמאנט אנטלאפן אינאיינעם מיט עטליכע פון זיינע אפיצירן, און זינט דאן באהאלטן זיי זיך אין בעלגיע, און די שפאנישע רעגירונג האט געזוכט זייער ארעסט. למעשה האט דאס העכסטע געריכט צוריקגעצויגן פונעם ארעסט באפעל, און עס איז מעגליך אז פוזשעמאנט וועט צוריקקומען קיין קאטאלאניע, וואו ער וויל נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט אין די וואלן ענדע מאנאטן.

בילד: קארלאס פוזשעמאנט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל