דער איינציגער עפנטליכער פיגור וואס האט א שאנס צו זיך קעגנשטעלן צום רעזשים פון שרעק און מארד פון פרעזידענט וולאדימיר פוטין, איז אלעקסאנדער נאוולאני. און נאטורליך אז די וואל קאמיטע וועלכע איז אונטער די פליגלן פונעם קרעמעלין האט געפסל׳ט דעם קאנדידאטור פון נאוולאני מיט ביוראקראטישע תירוצים. אין רעאקציע איז נאוולאני ארויס מיט א העפטיגע קאמפיין צו באקעמפן דעם באשלוס און גערופן צו זיינע שטיצער אז אויב די באשלוס ווערט נישט אנולירט זאלן זיי באיאקאטירן די בעפארשטייענדע וואלן.

די קאמיטע האט אנגעוויזן א נאוואלאני איז אנגעקלאגט געווארן מיט קארופציע קלאגעס און דעריבער איז עס אומגעזעצליך פאר אים צו לויפן, נאוולאני זאגט אז די קלאגעס זענען געווען פאליטישע מאטיווירט און עס זענען לעכערליך, און אזוי אויך האט די וואל קאמיטע די רעכט צו געבן אן אויסנאם, ער צייגט אן ווי איראניש דאס איז אז פוטין וואס האט פארדינט הונדערטער ביליאנען אויפ׳ן חשבון פון די רוסישער בירגער קען לויפן פרייערהייט און די צייט וואס ער - א קעמפער קעגן קארופציע - ווערט פארביטן פון לויפן.

נאוולאני האט שוין אויפגעבויעט א ארגאניזאציע פון ארום 200,000 וואלונטירן וועלכע קאמפיינען פאר אים און ער האט אנגערופן די באשלוס א פראסק אין פנים פאר מיליאנען רוסישע בירגער וועלכע שטיצן אים, און האט גערופן פאר א באיאקאט אויף די וואלן, די קרעמעלין האט זיך ארויפגעכאפט דערויף און געזאגט אז עס קעגן דעם געזעץ צו רופן פאר א באיאקאט קעגן וואלן און זיי וועלן מעגליך עס אויסנוצן צו איינרייכן פרישע קלאגעס קעגן נאוולאני.

בילד: הויפט אפאזיציאנער אין רוסלאנד פארביטן צו לויפן קעגן פוטין 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל