פרעזידענט טראמפ גרייט זיך היינט נאכמיטאג צו געבן א רעדע, אין וועלכער ער וועט ארויסלייגן זיין אגענדע איבער נאציאנאלע זיכערהייט, ווי אימיגראציע און טעראריזם.

לויט ווייסע הויז קוואלן וועט דער פרעזידענט ארויסלייגן 4 פרינציפן אויף וועלכע די אגענדע פון די אדמינסטראציע איז געבויט. די ערשטע איז, באשיצן אמעריקע דורך פארשטערקערן די פאליציי און אנטי-טעראר איינהייטן. די צווייטע איז, צו פארזיכערן עקאנאמישע וואוקס און בעסערע האנדלס אפמאכן מיט אויסלענדישע רעגירונגען; פארזיכערן סטאביליטעט דורך צייגן מאכט און פארשטערקערן דאס מיליטער; און פארשטערקערן אמעריקאנער איינפלוס איבער די וועלט.

די רעדע ווערט שטארק נאכגעפאלגט און ווערט באטראכט ווי א וויכטיגע פאליסי רעדע, געצילט צו שטעלן דעם טאן פאר אן אדמיניסטראציע וואס ווערט געזען דורך פילע אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אלס אזא וואס האט נישט קיין קאנקרעטע אויסערן פאליטיק.

דער פרעזידענט וועט קלארשטעלן אז לויט זיין מיינונג איז דאס שליסל צו אמעריקאנער מאכט צו האבן אן עקאנאמישע אויבערהאנט אין האנדל איבער די וועלט. דאס מיינט, אז אויך אין מיליטערישע און אין נאציאנאלע זיכערהייט באשלוסן וועט אייביג דארפן גענומען ווערן אין באטראכט די עקאנאמישע אספעקטן, אין וואס דער פרעזידעט רופט ״לייגן אמעריקאנער אינטערעסן ערשט״.

די רעדע איז ענדליך צו דער וואס דער פרעזידענט האט געגעבן ביי זיין איינשווערונג, ווי אויך אין פראנט פונעם פעלקער פאראיין.

בילד: טראמפ גרייט זיך פארצושטעלן נאציאנאלע זיכערהייט אגענדע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל