דער כינזערע פרעזידענט שי דזשינפינג האט היינט אויפגענומען דעם געוועזענעם פרעזידענט אבאמא אין בעידשינג ווי אבאמא געפונט זיך אצינד אלס טייל פון זיין ערשטע באזוך קיין אזיע זינט פארלאזן דעם אמט, טשי האט נישט געשוינט קיין ווערטער צו אויסלויבן די ״פאזיטיווע עפעקט״ וואס דער פרעזידענט האט געהאט אויף די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, און הויפטזעכליך איבער זיינע לייסטונגען צו פארבעסערן באציאונגען צווישן אמעריקע און כינע, טראץ וואס עס איז אנגענומען אז די כינעזער זענען געווען גאנץ ווייניג צופרידן פון די אבאמא אדמינסטראציע פאליסיס, ספעציעל די באקאנטע ״פיוואט צו אזיע״ אונטער וועלכע אמעריקע האט געשטיצט מיליטעריש און פינאנציעל שכנות׳דיגע לענדער אין אזיע אלס טייל פון א סטראטעגיע צו פארמינדערן די כינעזער דאמינאנץ אינעם ראיאן. אבמא געפונט זיך אינעם ראיאן פאר עטליכע טעג, און איז ערווארטעט צו אדרעסירן א גרויסע ביזנעס סאמיט אין שאנכיי מיט ארום 2500 אנפירער פון פירמעס.

בילד: כינעזער פרעזידענט לויבט אויס פרעזידענט אבאמא איבער זיינע לייסטונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל