פאליציי אין אויסטראליע האבן נעכטן ארעסטירט א פארשוין, וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט טרעפן מיסיל באשטאנדטיילן וועלכע זענען געווען וויכטיג פאר די רעזשים אין נארט קארעא.

דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס טשאן האן טשוי, א 59 יעריגער אימיגראנט פון דרום קארעא און וואוינט שוין אין אויסטראליע פאר איבער 30 יאר.

 דאס מאטעריאל וואס ער האט פרובירט צו איינהאנדלען זענען געווען קאמפיוטער טיילן פאר די דשי-פי-עס סיסטעמען פון די מיסילס, און ער האט געארבעט דאס צו באקומען אין אויסטראליע און אויך אין אנדערע לענדער, ווי אינדאנעזיע און וויעטנאם. אויב וואלט ער געווען סוקסעספול, וואלט זיך עס געהאנדלט פון אן אפמאך אין א ווערט פון צענדליגער מיליאנען דאלערן.

פאליציי זאגן אז טשאוי, א פייערדיגע אנהענגער פון דעם צפון קארעא רעזשים, איז ווי עס שיינט געטריבן געווארן פון אידאלאגיע. ער איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט הויכראנגיקע באאמטע אין נארט קארעא, און געדינט ווי אן אגענט פאר זייערע געברויכן.

בילד: אויסטראליער מאן האט פרובירט פארקויפן מיסיל-טייל פאר נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל