לאס אנדזשעלעס – א פרישער געפעכט שיילט זיך ארויס אין קאליפארניע, צווישן די לאקאלע סטעיט געזעצן און פעדעראלע געזעצן, אין בעפארברייטונג צו יאנואר 1, ווען א סטעיט געזעץ אין קאליפארניע וועט אריינגיין אין אפעקט, צו דערקלערן דעם באנוץ פון מאריכואנא דראגס פולקאם לעגאל. לויט די סטעיט געזעצן, וועלן פאליציי אפיצירן מער נישט קענען אפשטעלן און אוודאי נישט ארעסטירן, אזעלכע וואס פארמאגן ביי זיך מאריכואנא דראגס, אבער פעדעראלע גרעניץ פאטראל אויטאריטעטן האבן שוין קלארגעשטעלט, אז ביי די אכט טשעק-פוינטס וואס זיי פארמאגן לענגאויס קאליפארניע, וועלן זיי יא אפשטעלן און מעגליך אויך באשטראפן אזעלכע וואס ווערן געכאפט ביים פארמאגן ביי זיך מאריכואנא דראגס, וויבאלד אונטער פעדעראלע געזעצן איז מאריכואנא נאך אלץ אן אומלעגאלע דראג.

בילד: סטעיט-פעדעראל געפעכט אין קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל