ווירדזשיניע. – אין ווירדזשיניע האט זיך געשאפן אן אינטערעסאנטע געשיכטע, וואס שטאמט נאך פון די פארגאנגענע וואלן, אין וועלכע דער דעמאקראטישער קאנדידאט, שעלי סיגמאנד, האט געוואונען קעגן אן אמטירנדן רעפובליקאנער געזעץ-געבער, דעוויד יאנסי. ווי עס האלט יעצט, הענגט דער אויסגאנג אין איין איינציגן שטים צעטל, וואס אויף דעם רייסט מען זיך אין געריכט איבער פאר וועמען מ'זאל עס רעכענען. באזירט אויף די זעלבע טעכניקאלע פראגן ווי נאך די פרעזידענט וואלן אין פלארידע אין 2000...

לויט'ן סטעיט געזעץ קען אזא וואלן אויסגאנג אנטשידן ווערן דורך ווארפן א מטבע און זען וועלכע זייט עס לאנדעט, א פשוט'ער גורל, די סטעיט האט שוין נעכטן עס געוואלט טאן, אבער זי האט זיך אפגעהאלטן צוליב די געריכטליכע שלאכטן צווישן די ביידע זייטן. אויב געווינט סיגמאנד מיינט דאס אז דער סטעיט לעגיסלאטור וועט זיין 50-50 צעטיילט צווישן די רעפובליקאנער און די דעמאקראטן, און ס'וועט זיין צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן, אין וועלכע דער 100 מיטגלידער'דיגן סטעיט לעגיסלאטור איז נישט אונטער קאנטראל פון די רעפובליקאנער.

בילד: ווירדזשיניע שטופט אפ לאטעריע וואס דארף אנטשיידן סטעיט וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל