וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער סענאטאר, מארקא רוביא, האט געלאזט הערן אז ער וועט מעגליך שטימען קעגן דער ענדגילטיגער ווערסיע פונעם שטייער רעפארם ביל, אויב וועט מען נישט נאכגעבן זיין פארלאנג. דער שטייער רעפארם ביל איז שוין ענדגילטיג, ווי געמאלדן נעכטן איבער דעם פארשריט פונעם "קאנפערענץ קאמיטע" און יעצט דארף עס נאכאמאל באשטעטיגט ווערן אינעם סענאט, און ווי רוביא זאגט איז ער נישט זיכער אז ער וועט שטימען דערפאר. רוביא וויל אז מען זאל העכערן די "טשיילד טעקס קרעדיט" פון די יעצטיגע 1,100 דאלאר פער קינד, אבער די העכערונג ליגט נישט אין דער ענדגילטיגער ווערסיע, ברויזט רוביא דערוועגן. אויב רוביא וועט שטימען דערקעגן, און עס וועט זיין נאך א רעפובליקאנער סענאטאר (מעגליך באב קאורקער) וואס וועט אויך שטימען דערקעגן, וועט די גאנצע זאך דורכפאלן.

בילד: רוביא סטראשעט איבער שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל