קאליפארניע - אן אומלעגאלער אימיגראנט פון מעקסיקא, איז ריינגעוואשן געווארן פון מארד קלאגעס דורך א דזשורי אין סאן פראנציסקא, אין א קעיס וואס האט באקומען פיל נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט. האזעי גארזיע זאראטעי, וועלכער איז אין לויף פון די יארן שוין דעפארטירט געווארן 5 מאל פון אמעריקע צוריק קיין מעקסיקא, איז אום יולי יאר 15׳ אנגעקלאגט געווארן אז ער האט אומגעברענגט די פרוי קעיט סטיינעל אין סאן פראנציסקא. זיינע לאיערס האבן גע׳טענה׳ט אז ער האט בטעות ארויסגעשאסן א קויל פונעם רעוואלווער, וואס ער האט אומדירעקט געטראפן, אבער די פראקורארן האבן געזאגט אז ער האט דירעקט געשאסן. טראמפ האט אלס קאנדידאט אויסגענוצט דעם קעיס אויף צו קאמפיינען קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן, און יעצט אז די דזשורי האט דערקלערט זאראטעי אומשולדיג אויף די קלאגעס, האט טראמפ אויף טוויטער גאר שארף רעאגירט, שרייבנדיג אז מען האט באהאלטן פאקטן פון די דזשורי.

בילד: אימיגראנט מארד קעיס ציט אויפמערקזאמקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל