וואשינגטאן – עס איז שטארק מעגליך אז קאנגרעס וועט נאך היינט שטימען צו באשטעטיגן א ניי געזעץ, וועלכע וועט פיל לויזער מאכן גאן געזעצן איבער'ן גאנצן לאנד. דאס געזעץ, וועלכע די פרא-גאן לאבי "ען-אר-עי" באצייכנט אלס זייער סאמע העכסטע פריאריטעט אין קאנגרעס, וועט ברענגען אז ווען עמיצער האט א "קאנסיעלד קערי" פערמיט אין איין סטעיט – דאס הייסט אז ער האט, צום ביישפיל, א פערמיט פון דער ניו יארק סטעיט רעגירונג צו מעגן ארומגיין באהאלטענערהייט מיט א לעגאלן גאן – זאל זיין פערמיט ווערן אנערקענט אין אלע אנדערע סטעיטס, און ער זאל נישט דארפן ספעציעל ארויסנעמען א נייעם פערמיט אין יעדער סטעיט וואו ער וויל זיך ארומטראגן מיט זיין גאן. אנטי-גאן אקטיוויסטן זאגן אז דאס וועט ברענגען הפקרות, ווייל געוויסע סטעיטס ערלויבן געוויסע סארט קרימינאלן צו האבן א "קאנסיעלד קערי" פערמיט, און אזעלכע קרימינאלן וועלן זיך קענען דרייען מיט זייער גאן אויך אין סטעיטס וואו זיי זענען עכט נישט ערלויבט בכלל צו האבן א גאן.

בילד: פרא-גאן געזעץ רוקט זיך פאראויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל