קאראקאס – א פרישער באריכט דעטאליזירט וויאזוי די ווערד פון די "באליוואר", די ווענעזועלער וואלוטע, איז געפאלן נאכמער אין די אויגן פונעם ווענעזועלער פאלק, אז עס זענען שוין פאראן טויזנטער געשעפטן איבער'ן לאנד, וואו מען קען גארנישט איינקויפן מיט די באליוואר, און זיי אקצעפטירן נאר באנקנאטן פון ארומיגע לענדער אדער אמעריקאנער דאלארן.

דער באריכט זאגט אויך אז פילע ווענעזועלער וועלכע האבן אמאל געהייסן שיינע פארדינער, און האבן אנגעהויפנט אינדערהיים הויפנס באליווארס, זענען צווישן די האלבע מיליאן ווענעזועלער וועלכע זענען אין די לעצטע 2 יאר אנטלאפן צום דערנעבנדיגן קאלאמביע, מיטנעמענדיג באליווארס, און פארקויפנדיג דאס אויף די גאסן אלס טשאטשקעס, שפילערייען און שרייב-פאפיר, אין אויסטויש פאר אביסל עסנווארג אדער אנדערע וואלוטע.

בילד: ווענעזועלער וואלוטע פאלט נאך מער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל