א מאכטפולע באמבע טעראר אטאקע האט באטראפן דעם ״שיאטישע קולטורעלע צענטער״ אין קאבול, און אויך די דערנעבנדיגע ביוראען פון די אפגאנער נייעס אגענטור, און ווי עס שיינט זענען אמווייניגסטנס 41 אומגעקומען און איבער 84 זענען פארוואונדעט, אריינגערעכנט פרויען און קינדער. באריכטן זאגן אז די ערשטע אויפרייס אינעם קולטורעלע צענטער איז געווארן נאכגעפאלגט מיט נאך צוויי מילדערע אויפרייסן. די ״איסלאמישע שטאט״ באקאנט אלס אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, אייסיס צילט זייערע אטאקעס הויפטזעכליך קעגן די שיאטישע מינאריטעטן, און די יעצטיגע אטאקע איז געווען פלאנירט אויף א צייט ווען אינעם צענטער איז אפגעהאלטן געווארן א אוונט צו אפצייכענען 38 יאר פון די סאוויעטישע אינוואזיע אין אפגאניסטאן. דאס פאלגט נאך אן אטאקע אין אקטאבער אין וועלכע 39 שיאטישע מוסלעמענער זענען אומגעברענגט געווארן אין א מעטשעט. אייסיס פארמאגט א שטארקע אנוועזנהייט אין אפגאניסטאן מיט א געשאצטע 5,000 קעמפער און די שיאטישע מינאריטעט שפירט זיך שטארק באדראעט סיי פון די טאליבאנער און סיי פון אייסיס.

בילד: צענדליגע אומגעקומען פון טעראר אטאקע אין קאבול

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל