די פרואוון צו דורכפירן שטייער שניטן האט געכאפט א שטיקל קלאפ נאכדעם וואס א אומפארטייאישע קאמיטע איבער שטייערן אין סענאט האט באריכטעט נעכטן אז די שטייער שניטן וואס סענאט וויל דורכפירן וועט לויט ווי עס שיינט צולייגן אזויפיל ווי איבער א טריליאן דאלער צום נאציאנאלן חוב איבער די קומענדיג צען יאר, שוין נאכ׳ן ארייננעמען אין חשבון די עקאנאמישע וואוקס וואס דאס וועט ברענגען.

די שטיצער  פונעם ביל זאגן אבער אז די קאמיטע האט נישט גענוג גענומען אין באטראכט די עקאנאמישע וואוקס וואס דאס וועט ברענגען מיט זיך און דעריבער זענען זיי קעגן טוישן דעם ביל, אבער פילע רעפובליקאנער זענען אצינד סקעפטיש און וויל צולייגן א מעכאניזם אינעם ביל וועלכע זאל אויטאמאטיש צוריקדרייען די שטייער שניטן אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אז עס לייגט צו צום דעפעציט.

נעכטן האט זיך אפגעטון א ערנסטע דראמא אויפ׳ן סענאט פלאר ווען דער סענאטאר באב קארקער האט אויפגעהאלטן דעם אפשטימונג און פרובירט צו שאפן שטיצע פאר זיין פראוויזיע וועלכע וועט עלימינירן די שטייער שניטן אין פאל עס שאפט נישט גענוג עקאנאמישע וואוקס, אבער אנדערע רעפובליקאנער זענען שטארק דערקעגן, ספעציעל וויבאלד דאס וועט הייבן שטייטליך די קארפארעיט שטייערן ביז 22% צו אנפילן א לאך פון 350 ביליאן דאלער אינעם דעפעציט.

בילד: סענאט רעפובליקאנער גרייטן זיך היינט פאר ענדגילטיגע אפשטימונג איבער שטייער שניטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל