קיעוו – די אוקראַינישע רעגירונג און די פרא-רוסישע רעבעלן אין מזרח אוקראַינע, האבן נעכטן דורכגעפירט א מאסיווער ארעסטאנטן אויסטויש, באפרייענדיג הונדערטער ארעסטאנטן. די ארעסטאנטן זענען באפרייט געווארן אלס טייל פונעם "מינסק אפמאך" וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך ביידע זייטן פונעם אנגייענדיגן קאנפליקט אין יאר 15', וואס א טייל פונעם אפמאך, איז געווען אז ביידע זייטן וועלן אנהייבן צוביסלעך באפרייען אלע ארעסטאנטן, וואס זיי האבן געכאפט זינט'ן אנהייב פונעם קאנפליקט אין יאר 14', אבער עקספערטן זאגן אז די יעצטיגע באפרייאונג צייגט נישט קיין פארשריט אין ברענגען שלום, נאר איז א וואוילטעטיגע שריט וואס ביידע זייטן האבן געקענט באשטיין צו טאן, אין ליכט פונעם ניי-יאר סעזאן. אלעס אינאיינעם האט די רעגירונג באפרייט 230 ארעסטאנטן, און די פרא-רוסישע רעבעלן האבן באפרייט 74.

בילד: ארעסטאנטן אויסטויש אין אוקראַינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל