א טייערער, היסטארישער 'מערצעדעס בענז' אויטאמאביל, וואס איז ספעציעל באשטעלט און געמאכט געווארן פאר היטלער ימ"ש וועט ארויסגעשטעלט ווערן צום פארקויף ביי אן עפנטליכער ליציטאציע, וואס איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן קומענדיגן יאנואר אין אריזאנא. 

דעם אויטאמאביל, וואס ווערט באצייכנט אלס דער "וויכטיגסטער היסטארישער אויטאמאביל וואס איז אמאל ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויף," איז פראדוצירט געווארן אין 939' אויף דער באשטעלונג פון היטלער ימ"ש, מיט ספעציעלע פיטשעווקעס און איינריכטונגען. צען פראצענט פונעם באצאלטן פרייז וועט גיין צו פינאנצירן האלאקאוסט-שטודיעס.

ביים סוף פון דער מלחמה, איז דער קאר פארכאפט געווארן דורך די אמעריקאנער קרעפטן אין דייטשלאנד, וועלכע אים אריבערגעפירט קיין פראנקרייך. שפעטער האט עמיצער אפגעקויפט דעם אויטאמאביל, און אים אריבערגעפירט קיין אמעריקע, וואו ער איז געניצט געווארן אין פאראדעס פאר מיליטערישע וועטעראנען. עווענטועל איז דער אויטאמאביל אפגעניצט ווערן און איז ארויס פון באניץ.

בילד: היטלער'ס אויטאמאביל וועט ארויסגעשטעלט ווערן צום פארקויף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל