א מאן וועלכער האט פרובירט צו איבערפאלן אן עלטערער איד אין א אלטערס-היים אין בראנקס איז ארעסטירט געווארן, ער איז אריינגעלאזט געווארן אינעם געביידע נאכ׳ן זאגן פאר די זיכערהייטס וועכטער אז ער וויל בלויז נוצן דעם טואלעט, און זייענדיג אינעווייניג איז ער אריין אינעם צימער פון איינע פון די איינוואוינער און יענעם פיזיש אטאקירט און געשלאגן און פרובירט אים צו בארויבן און דערביי געשריגן אנטי-סעמיטישע לאזונגען. דער פארשוין איז אידענטיפצירט געווארן אלס עלען קאליפאנא, א 41 יעריגער איינוואוינער אין בראנקס, ער איז ארעסטירט געווארן און שטייט אצינד אויס א סעריע קלאגעס, אריינגערעכנט האסן פארברעכן.

בילד: אנטי-סעמיטישער רויבער ארעסטירט אין בראנקס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל