טעהראן – העפטיגע פראטעסטן בושעווען אין איראן שוין דריי טעג אין א צי, וואו די מאסן שטורעמען קעגן דער ארטיגער רעגירונג, איבער דעם וואס די איראנער עקאנאמיע האט זיך דערווייל נישט ערהוילט פון די יארן-לאנגע שווערע סאנקציעס וואס זענען געווען ארויפגעשטעלט אויפ'ן לאנד.

די פראטעסטן גייען אן אין עטליכע שטעט, אריינגערעכנט אין דער הויפטשטאט טעהראן, און די ארטיגע רעגירונג האט געווארנט אז די אלע פראטעסטן ווערן אפגעהאלטן אן קיין פערמיטן, און היות זיי זענען דעריבער אומלעגאל, וועט די פאליציי אונטערנעמען אלע מיטלען עס אפצושטעלן.

מען האט טאקע געהערט אומבאשטעטיגטע באריכטן, אז די פאליציי האבן געשאסן און אומגעברענגט צוויי פראטעסטירער, און דער אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, האט אויף טוויטער געשריבן "די וועלט האלט מיט", ווארענענדיג איראן אז זיי זאלן לאזן די פראטעסטן אנגיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל