אלבאני – ניו יארק סטעיט קאמפטראלער, טאמעס דינאפאלי, האט נעכטן געווארנט, אז די סטעיט רעגירונג פארמאגט די צווייט-גרעסטע חובות פון סיי וועלכע אנדערע סטעיט, און אז די סטעיט אויטאריטעטן מוזן איינציען דעם פאסיק און אויפהערן בארגן אזויפיל געלטער צו דעקן פראיעקטן און פראגראמען. דינאפאלי, אין א נייעם באריכט, דעטאליזירט ער, אז אין סך–הכל איז די סטעיט שולדיג 63.7 ביליאן דאלאר, און אין קארגע 4 יאר ארום וועט עס האבן געשטיגן צו 71 ביליאן דאלאר. אויב מען צעטיילט די ציפערן פער יעדן ניו יארקער איינוואוינער, באדייט עס אז יעדער איינוואוינער איז שולדיג ארום 3,116 דאלאר צוליב וואס די סטעיט בארגט געלטער צו קענען אויסגעבן אויף צו דעקן איר בודזשעט און ארומיגע פראיעקטן. אין גאנצן לאנד, איז בלויז קאליפארניע אין אן ערגערן צושטאנד, פארמאגנדיג חובות פון 87 ביליאן דאלאר.

בילד: ניו יארק האט א בארגן פראבלעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל