פארטא ריקא – יא, איר האט גוט געלייענט און עס איז נישט אריינגעפאלן קיין אלטער נייעס באריכט... די אויטאריטעטן אין פארטא ריקא האבן נעכטן געמאלדן אז די צאל פאטאליטעטן וואס האריקעין מאריא האט געברענגט אין פארטא ריקא, איז געשטיגן צו 58. דאס קומט נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן באקומען באריכטן פון פארטא ריקא איינוואוינער, וועלכע האבן זיך געפונען אויפן אינזל בשעת'ן האריקעין, אבער זיי זענען עוואקואירט געווארן אין די טעג באלד נאכ'ן האריקעין צו אנדערע סטעיטס, וואו זיי זענען געשטארבן פון זייערע וואונדן. איין אזא פאל איז א פרוי וואס איז געשטארבן אין קאליפארניע, פון ערנסטע אינערליכע וואונדן וואס זי האט געליטן ווען איר היים אין פארטא ריקא איז צוזאמגעפאלן פון האריקעין מאריא. מען שטייט אצינד איבער זיבעציג טעג נאכדעם וואס דער האריקעין האט באטראפן פארטא ריקא, און עקספערטן זאגן אז די צאל פאטאליטעטן וועט נאך מער שטייגן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן.

בילד: האריקעין מאריא פאטאליטעטן צאל שטייגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל