וואשינגטאן – די פעדעראלע רעזערוו האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט הייבן אינטערעסט ראטעס מיט 0.25 פראצענט, וואס איז שוין דאס דריטע מאל אין יאר 17' למספרם וואס זיי הייבן די ראטעס. פאליסי באאמטע אין די פעדעראלע רעזערוו זאגן אז די הייבונג, וועלכע איז געווען דערווארט, צייגט ווי "סאליד" און פעלזן-פעסט דער עקאנאמישער וואוקס איז אין לאנד, און זיי האבן טאקע געזאגט אז אין יאר 17' וועט האבן געשטיגן די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע מיט 2.5 פראצענט און די זעלביגע פאראויסשאצונג פאר יאר 18'. דער וואוקס ציפער איז זייער שיין, אבער עטוואס אנטוישנד פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, וויבאלד טראמפ האט געהאט פאראויסגעזאגט אז ס'וועט זיין א מינימום 3 פראצענטיגער וואוקס יערליך אונטער זיין קאדענץ.

בילד: פעדעראל רעזערוו הייבט ראטעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל