מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן אויסגעדרוקט אויפברויז, איבער דעם וואס יאפאן האט געמאלדן אז זי וועט אין די קומענדיגע טעג אנהייבן אויסברייטערן איר פארטיידיגונגס סיסטעם פון באליסטישע מיסילס, דורכ'ן אוועקשטעלן אמעריקאנער-פאבריצירטע מיסיל שוץ סיסטעמען לענגאויס אירע גרעניצן. יאפאן טוט עס צוליב'ן פארשטערקערטן געפאר פון צפון קארעא'ס מיסילס, אבער רוסלאנד זאגט אז די אמעריקאנער מיסילס אזוי נאענט צו רוסישע טעריטאריע, איז א קלארע פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע אפמאכן נישט צו נוצן אדער אפילו בלויז ארויסשטעלן אזעלכע סארט "אינטערמידיעט" מיסילס, וואס באדייט מיסילס וועלכע פליען קורצע שטרעקעס צו באטרעפן נאענטע צילן. רוסלאנד זאגט אז סיי אמעריקע און סיי יאפאן וועלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר דער פארלעצונג.

בילד: רוסלאנד ברויזט איבער יאפאן מיסילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל