מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט פארלוירן צוויי נאענטע דעפיוטי מעיארן, וואס דאס קומט אלס טייל פון א גרויסער אויפשאקלונג אינערהאלב דער דעבלאזיא אדמיניסטראציע, געציילטע וואכן איידער ער וועט איינגעשוואוירן ווערן צו א צווייטן טערמין אלס מעיאר. די דעפיוטי מעיארן טאני שאריס (Tony Shorris) און ריטשארד בוערי (Richard Buery) זענען ערשינען אין סיטי האל ביי א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט דעבלאזיא צו מעלדן זייער אפטריט, און ביי דעם זעלבן פרעסע קאנפערענץ האט ער אויך געמאלדן פארשידענע טוישונגען פון זיין שטאב, אריינגערעכנט אז עמא וואלף, איינער פון זיינע נאענטסטע און לענגסטע ראטגעבער, וועט דערהויבן ווערן צום ראנג אלס שטאב הויפט פון זיין אדמיניסטראציע. דער ארויסגייענדיגער בוערי איז באזונדער אויסגעלויבט געווארן, וויבאלד ער האט אנגעפירט דעם קאמפיין צו לאזן אין גאנג דעם "אוניווערסיאלן פרי-קינדערגארטן" פראגראם אין דער סיטי, וועלכע בענעפיטירט צענדליגער טויזנטער פאמיליעס.

בילד: דעבלאזיא פארלירט דעפיוטי מעיארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל