מאסעטשוסעטס – פישערלייט אינעם איסט-קאוסט ראיאן אין אמעריקע זענען ערנסט באזארגט איבער ווינט. ניין, נישט אז ווינטן שאטן עפעס פאר פיש און ברענגען אז זיי זאלן נישט קענען כאפן גענוג פיש, נאר אז אין די קומענדיגע יארן וועלן אוועקגעשטעלט ווערן אלס מער און מער "ווינט קראפט פארמס" אויף די וואסערן, וואס וועט באדייטן אז זיי וועלן זיין געצוימט וואו זיי קענען ארומפארן אין די וואסערן כאפן פיש. עטליכע סטעיטס לענגאויס דעם איסט-קאוסט ראיאן פלאנירן אינעם קומענדיגן יאר 2018 ארויסצוגעבן פרישע פערמיטס פאר ענווייראמענטאלע-ענערגיע גרופעס, אז זיי זאלן קענען אוועקשטעלן ווינט טורביינס אין די וואסערן, מיט'ן ציל צו פראדוצירן ריינע ווינט-ענערגיע, אנשטאט נוצן גאזאלין און אנדערע זאכן וואס שעדיגן די ענווייראמענט, און פישערלייט ווערן נישט ערלויבט צו כאפן פיש אין די א.ג. "ווינט פארמס" אין די וואסערן.

בילד: פיש אינדוסטריע באזארגט איבער ווינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל