א מעכטיגער אויפרייס אין אן עסטרייכישן גאז-פּלענט וואס האט אומגעברענגט איינעם און פארוואונדעט צענדליגער אנדערע, האט ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך זארגן איבער'ן נאכגעלאזטן צושטאנד פון מערערע ענערגיע-פלענטס איבער אייראפע.

דער עקסידענט, וואס איז געקומען פון א מעכאנישן פעלער אינעם פלאץ, האט פאסירט ביים "באומגארטן" גאז-פלענט צו מזרח פון וויען און נישט ווייט פון דער גרעניץ מיט סלאוואקיע, האט טיילווייז אפגעשטעלט דעם גאז-פלוס פון רוסלאנד קיין אייראפע און גורם געווען צו מאנגל אין גאז, מיט הויכע פרייזן אין מערערע ערטער און ממש א מאנגל אין אנדערע אייראפעאישע לענדער.

ארום צען פראצענט פון אייראפע'ס גאז-געברויכן לויפן דורך דער סטאנציע, און דער אויפרייס האט ארויפגעשרויפט די פרייזן מיט אזויפיל פון 23 פראצענט.

דער אויפרייס האט אויפגעברענגט זארג וועגן דעם גורל פון אנדערע ענערגיע-פלענטס איבער אייראפע, רוב פון וועלכע זענען אויפגעבויט געווארן צווישן 960' און 980', און געפינען זיך נישט אינעם בעסטן צושטאנד.

בילדף אויפרייס אין עסטרייכישן גאז-צענטער ברענגט זארגן איבער אייראפעאישע ענערגיע-פּלענטס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל