וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פרישע רופן פון דעמאקראטישע פאליטישאנס, אז פרעזידענט טראמפ זאל זאפארט רעזיגנירן. דאס איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס עס זענען אפירגעברענגט געווארן אלטע באשולדיגונגען איבער סקאנדאליעזע מיסברויכן קעגן דעם פרעזידענט, און אין רעאקציע צו די פרישע אויפדעקונגען, האט די דעמאקראטישע ניו יארק סענאטארשע קירסטין דזשיליבראנד געזאגט אז ס'איז קלאר אז טראמפ מוז רעזיגנירן. דזשיליבראנד'ס רוף באדייט אז עס זענען שוין דא 4 סענאטארן וואס פארלאנגען אז טראמפ זאל רעזיגנירן, אריינגערעכנט סענאטאר בערני סענדערס, סענאטאר דזשעף מערקלי און סענאטאר קאורי בוקער. רעאגירנדיג צו די פרישע באשולדיגונגען קעגן טראמפ, האט ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס געזאגט אז די וויילער האבן שוין פארלאפענעם נאוועמבער געצייגט אז זיי גלייבן נישט די באשולדיגונגען, דורך דעם וואס זיי האבן אריינגעוויילט טראמפ צום אוועל אפיס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל