נאך טויזנטער איינוואוינער אין קאליפארניע זענען געווארן געצווינגען צו פארלאזן זייערע היימען נאכדעם וואס די פייערן וואס בודשעווען דארטן פארשפרייטן זיך ווייטער אויף פרישע שטרעקעס, און ווי עס זעהט אויס וועט זיך עס נאך פארשפרייטן פאר עטליכע טעג, די פייערן ברענען אין די זעלבע צייט אין עטליכע ראיאנען, איינע פון זיי אין די ווענטורע געגענט ווי עס איז פארפרייט אויף איבער 65,000 אקערלאנד און האט שוין געצווינגען 27,000 צו עוועקיואירן. אויסער דעם זענען דא נאך עטליכע פייערן אויף שטחים וועלכע זענען צענדליגע טויזנטער אקערלאנד גרויס און באדראעט טויזנטער געביידעס. היינט איז די פייער אנגעקומען אויך אין די באוואוינטע געגענט בעל עיר אין לאס אנדשעלעס און געברענגט צו די אפשליסונג פון א שאסיי, פייערלעשער האבן טיילווייז באקומען קאנטראל אויף די פלאמען אבער די רויעך האט פאראליזירט טיילן פון די שטאט.

בילד: וואלד פייערן אין קאליפארניע קומט אן קיין לאס אנדשעלעס 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל