ברוקלין – טראנספארטאציע אויטאריטעטן אין ניו יארק סיטי האבן נעכטן געזאגט, אז טיילן פון דער שטארק באנוצטער "בי-קיו-אי" שאסיי וועלן מעגליך ווערן אזוי אפגעשוואכט, אז מ'וועט פארבאטן טראק און טרעילארס צו פארן דערויף. די אויטאריטעטן האבן אנגעצייגט אז שטיקער פונעם שאסיי זענען ממש אין א צושטאנד פון גענצליכן צוזאמפאל, און מען הערט אפט וויאזוי שטיקער פאלן אריין אין די באוואוינטע געגנטער וואו די שאסיי לויפט דורך. צוליב דעם פראבלעם און ערנסטן געפאר פון צוזאמפאל, האבן די טראנספארטאציע אויטאריטעטן אונטערגענומען א קאמפיין צו בעטן פון דער ניו יארק סטעיט טראנספארטאציע דעפארטמענט, אז זיי זאלן באשטעטיגן א ספעציעלן פראצעדור וואס ווערט אנגערופן "דעזיין בילד", וואס באדייט אז דער בידינג פראצעדור פאר'ן פראיעקט איבערצובויען און רענאווירן דעם שאסיי וועט אפגעהאלטן ווערן פיל שנעלער. דער שנעלערער בידינג פראצעדור וועט שניידן 113 מיליאן דאלאר פון די 1.9 ביליאן דאלאר וואס ס'וועט קאסטן צו רענאווירן די בי-קיו-אי, און אויך וועט עס פארזיכערן אז מ'קען זיך שנעלער נעמען צו די עמורדזשענסי ארבעט.

בילד: טיילן פון בי-קיו-אי גאר אומסטאביל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל