א גרופע עקספערטן פון וואשינגטאן די-סי און דרום קארעא האט פארעפנטליכט א ווארענונג צו פינאנציעלע אינסטיטוציעס איבער דער וועלט, צו זיין וואכזאם צו די מאנעוורעס און דריידלעך פון צפון קארעא אויסצושפילן די עקאנאמישע סאנקציעס וואס זענען אויף איר ארויפגעלייגט געווארן אין אנבליק פון איר נוקלעארער פראגראם.

די מומחים ווייזן אן, אז דער קים יאנג און רעזשים האט באוויזן אויסצושפילן א גרויסן חלק פון דעם עקאנאמישן באיקאט, דורך א סעריע פון קונצן ווצ"ב עפענען צענדליגער פירמעס און בענק-קאנטעס אין האנג קאנג אויף אנדערע נעמען, און דורך דעם ווייטער מאכן געשעפטן מיט אויסלענדישע בענק און אנדערע ביזנעס-אונטערנעמונגען.

צפון קארעא האלט אנגעבליך אויף א ספעציעלן אפיס, גערופן "צימער 39", וועמענס איינציגער ציל איז דורכצופירן כל'ערליי שווינדלערייען און פינאנציעלע מיסברויכן, אנגעהויבן פון פעלשן געלטער ביז אויפקומען מיט פאטענטן אויסצושפילן די עקאנאמישע סאנקציעס וואס זענען אויף איר ארויפגעשטעלט געווארן דורך דער יו-ען און די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: מומחים ווארענען בענק וועגן צפון קארעא פינאנציעלע קונצן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל