א כאאטישע סצענע האט זיך אפגעשפילט היינט אויף די אינטערסטעיט 5 שאסיי אין וואשינגטאן סטעיט, ווען אן עמטרעק באן האט זיך אראפגעגליטשט פון די רעלסן, געלאנדעט אינמיטן שאסיי, און גענצליך בלאקירט דעם פארקער.

דערווייל זענען באריכטעט געווארן כאטש 6 טויטע און אכציג פארוואונדעטע. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז פון די קארס וועלכע זענען באטראפן געווארן זענען נישט געווען קיין טויטפעלער, און אלע פאטאליטעטן זענען געווען פון די וועלכע האבן זיך געפונען אויפ׳ן באן.

די נייע עמטרעק באן איז געפארן אויף איר ערשטע רייזע ווען די אומגליק האט פאסירט, און עס האבן זיך געפונען אויפ׳ן באן 78 פאסאדשירן און 5 מאנשאפט. כמעט אלע זענען אריינגענומען געווארן אין שפיטאל פאר פארהאנדלונגען, פילע פון זיין אין אן ערנסטן צושטאנד.

בילד: קאטאסטראפע ווען עמטרעק פאסאזשיר באן גליטשט אראפ פון שינעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל