דורך לוי מאיער

א שרעקליכע כאאס האט ארומגענומען די יהדות החרדית איבער א פאלשע נייעס איבער ארויסנעמען איברים פון מענטשן אהן רשות

פון מויל צו אויער איז ארומגעפארן דעם נייעס פארגאנגענעם פרייטאג, וועגן א פרוי וואס מען האט ארויסגענומען א ניר אהן רשות, וואס אלע יודישע נייעס סטאנציעס האבן עס געמאלדן מיט גרויסע קעפלעך. עס האט זיך אבער שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין אינגאנצן אומבאגרינדעט.

די מעשה איז האט געלויטעט אז א פרוי איז געפלויגן קיין מעקסיקא צו האבן אן אפעראציע, און אין געציילטע טעג נאכן צוריקקומען אהיים, האט זי זיך נישט גוט געשפירט און געגאנגען צום דאקטאר. דער דאקטאר האט גענומען עטליכע טעסטן, און האט געפרעגט צו זי ווייסט אז מען האט איר ארויסגענומען א ניר...

פרייטיג גאנץ פרי איז ארומגעפארן א וואָוסנאָט אויף סאשעל מידיע, וואס טוט מ'כלומר'יש באשטעטיגן די געשיכטע. און עס האט נאך צוגעלייגט, אז עס האט שוין פאסירט מיט עטליכע פאציענטן, וואס האבן זיך אריבערגעכאפט קיין מעקסיקא, צו באקומען דארט די לעפ-בענד אדער סליוו פּראָצעדור, זינט עס איז אסאך ביליגער ווי אין אמעריקא.

קינד און קייט איז אויפגעשוידערט געווארן פון די שרעקליכע נייעס, און בליץ-שנעל איז עס פארשפרייט געווארן אויף יעדע סאשעל גרופע.

בילד

ניכטערע מענטשן האבן גלייך געפרעגט, וויאזוי קען דאס זיין? פארוואס האט מער נישט געהערט פון דעם ביז איצט? וויאזוי האבן זיך די פאציענטן ערהוילט און צוריק אהיימגעפלויגן אין א טאג צוויי (ווי געווענליך), ווען דאס ערהוילן פון א א נירן אפעראציע נעמט געווענליך אסאך מער? פארוואס הערט מען נישט די נאמען פון די דאקטאר?

אין די זעלבע צייט איז ארומגעגאנגן אלע סארטן אומבאגרינדעטע שמועות, און מענטשן האבן גערופן די פאסיליטי צו אפשטופן אדער אינגאנצן מבטל זיין זייערע פאראויס-באשטימטע פּראָצעדורן, אלעס צוליב די שרעק.

געוויסע עסקנים האבן זיך פארבינדן מיט די "אָבּיסיטי קאנטראל צענטער" וואס זיי שיקן כסדר דאקטוירים צו די שפיטאל ווי די געשיכטע האט געזאלט פאסירן, און זיי האבן דאס שארף אפגעלייקנט. זעה אימעיל:

אימעיל פון די סי.די.סי.

עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, אז די נייעס איז געווען פאלש (פעיק ניוז) פון אנפאנג, און די א.ג. באשטעטיגונג האט גארנישט באשטעטיגט.

עס איז פאסענד צו ניצן די געלעגנהייט צו ארויסנעמען א מוסר השכל, אז נישט יעדע נייעס וואס מען זעט אויף א סאשעל גרופע אדער א טשענעל, מיינט אז עס איז וואר און קראנט. און אוודאי דארף מען זיך אפהיטן פון פארשפרייטן דאס צו אנדערע, פאר מען האט די געלעגנהייט עס צו באשטעטיגן.

אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל