קריסטאפער רעי, דער טראמפ נאמינירטער עף-בי-איי דירעקטאר האט שארף אפגעווארפן קריטיק פון טראמפ און זיינע שטיצער וועלכע טוען אנדייטן אז די אגענטור האט אן אנטי-טראמפ אגענדע און איז פרא-דעמאקראטן. דער דירעקטאר איז אראפגעקומען פאר א פארהער אין קאנגרעס צוליב א ספיציעלע אויספארשונג וואס זיי האבן געעפנט צו דערגיין אויב א אנטי-טראמפ עף-בי-איי אגענט פיטער סטראזשק האט באאיינפלוסט די קלינטאן אויספארשונג, א קאנטראווערסיע וועלכע איז געקומען צום אויבערפלאך עטליכע טעג צוריק, ווען מען האט געהערט אז ער האט ארומגעשיקט אנטי-טראמפ טעקסט מעסעדזשעס.

מוללער האט שוין באזייטיגט סטראזשעק פונעם אויספארשונג, אבער קאנגרעס האט אראפגערופן דעם עף-בי-איי דירעקטאר צו פארשטיין די איינפלוס וואס דער אגענט האט געהאט אויף די קלינטאן אויספארשונג, ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער מעגליכע איינזייטיגקייט אין די אגענטור האט ער גאר שארף רעאגירט ״די עף-בי-איי אגענטן זענען פון העכסטן קאליבער, זיי ארבייטן מיט פאראנטווארטליכקייט און זענען אביעקטיוו, עס זיצן צענדליגע טויזנטער אגענטן און ארבייטן שווער״ און געזאגט אז ער קען זאגן קלאר אז די אגענטן ברענגען נישט אריין זייערע פאליטישע אגענדעס אין זייער ארבייט.

בילד:עף-בי-איי דירעקטאר ווארפט אפ קריטיק פון פרעזידעט טראמפ


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל