סאוט דעקאטע – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט לטובת ענווייראמענטאליסטן און אנדערע אקטיוויסטישע גרופעס, פארלאנגענדיג פון דער פירמע וואס מענעדזשט דעם קאנטראווערסיאלן קיסטאון אויל פייפליין אז זיי זאלן אינאיינעם מיט די "ארמיי אינדזשענירן קארפס" ארויסגעבן א גענויען פלאן וויאזוי זיי וועלן אויפרייניגן דעם לעצטיגן אויסגוס. דער פייפליין לויפט דורך עטליכע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן, און אויך אין עטליכע קאנאדישע שטעט, און אלס רעזולטאט פונעם אויסגוס מיט 2 וואכן צוריק, איז עס פארשלאסן געווארן אין א גרויסן פראצענט פון די סטעיטס. "טראנס-קאנאדע", די פירמע וועלכע פארפיגט אויפן פייפליין, האט געזאגט אז דער אויסגוס איז בלויז אויף פעלדער, און עס האט נישט אריינגערונען אין קיין שום טייכן אדער ימ'ען, ענווייראמענטאלע גרופעס ווילן וויאזוי די פירמע גייט אויפרייניגן די אויל און רייניגן די אפעקטירטע פעלדער, און א ריכטער האט נעכטן געצוואונגען זיי זאלן פובליצירן דעטאליזירטע פלענער.

בילד: ריכטער אורטיילט איבער קיסטאון אויסגוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל