ווירדזשיניע – עף-בי-איי אגענטן האבן דורכגעפירט אן אבלאווע אויף א היים אין סטערלינג, ווירדזשיניע, וואו זיי האבן ארעסטירט דעם אמעריקאנער בירגער שאן ענדרו דאנקין, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין וועלן זיך אנשליסן אין אייסיס. געריכטליכע דאקומענטן צייגן אז די עף-בי-איי האט באקומען א ווארענונג מיט צוויי יאר צוריק פון דאנקין'ס קרוב, אז ער האט זיך געטויפט צו איסלאם און רעדט פון זיך אנשליסן אין אייסיס. האט די עף-בי-איי אים אנגעהויבן דאן נאכגיין און נאכקוקן, אויפכאפנדיג אז ער איז געפארן קיין טערקיי, און אים אויסגעפארשט נאכדעם וואס ער איז צוריקגעקומען. ווי די עף-בי-איי זאגט, האט דאנקין שנעל פרובירט צו פארניכטן פארשידענע דאקומענטן און באווייזן, בשעת די אגענטן זענען אנגעקומען פרייטאג אים צו ארעסטירן.

בילד: עף-בי-איי ביי ענדרו דאנקין אין שטוב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל