וואשינגטאן – א גרופע עקספערטן זענען ארויסגעקומען מיט א פארלאנג, אז די פעדעראלע רעגירונג זאל איינשטעלן א פארבאט אויף פענסטער לאדנס וועלכע האבן בענדלעך אלס דער צומאכער/עפענער מעטאד, צוליב וואס עס שטעלט אן ערנסטע לעבנס-געפאר פאר קליינע קינדער. די עקספערטן האבן געארבעט מיט די "קייסער פאונדעישאן" אין אמעריקע, וועלכע האט געגרינדעט עטליכע יאר צוריק א ספעציעלע גרופע באקאנט אלס "עלטערן פאר פענסטער לאדנס זיכערהייט", און די גרופע האט נארוואס פובליצירט ציפערן פון א שטודיע וואס זי האט דורכגעפירט, אין וועלכע עס צייגט אז נאענט צו זיבעצן טויזנט קינדער זענען געשעדיגט געווארן דורך לאדנס וואס פארמאגן בענדלעך, און טראץ וואס רוב פון די פארוואונדעטע זענען געווען בלויז מילדע פעלער, זענען יא געווען 300 קינדער פאטאליטעטן, און אלע זיבעצן טויזנט פעלער זענען געווען ווען קינדער האבן זיך געשטיקט דורך די בענדלעך. דאקטער גערי סמיט, איינער פון די עקספערטן, זאגט אז די פעדעראלע קאנסומער באאמטע מוזן ארויסשטעלן א רעגולאציע אז מ'זאל מער נישט טארן פארקויפן לאדנס מיט בענדלעך, נאר אזעלכע וואס עפענען זיך מיט אנדערע מעטאדן.

בילד: פארבאט אויף פענסטער-לאדנס מיט בענדלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל