ארץ ישראל – נעכטיגן מאנטאג האט פאסירט א דראמאטישע אנטוויקלונג אין דער מערכה קעגן גזירת הגיוס, ווען דער גיבור חיל האברך ר' אברהם צבי לעדערמאן הי"ו איז ארויסגעווארפן געווארן פון ארעסט. ר' אברהם צבי האט געשמאכטעט אין טורמע צוליבן זיך נישט שטעלן אין לשכת הגיוס, און ער איז אריינגעשליידערט געווארן אין אן אפגעזונדערטן צימער צוליב'ן נישט וועלן אנטון די מיליטערישע קליידער. ער האט אבער געשאפן א באלאגאן, נישט רעדנדיג צו סאלדאטן מיט גרינע מונדירן און העצנדיג קעגן מיליטער. פאריגע וואך איז ער אריבערגעפירט געווארן אין דער מיליטערישער באזע "תל השומר", וואו ער האט ווייטער נישט געלאזט קיין מנוחה. נעכטן איז זיין ראש הכולל הרה"ג לוחם מלחמות ה' ר' לייבל דייטש שליט"א אים געקומען באזוכן אינדרויסן פון דער באזע, און ער האט זיך אריינגעכאפט אינעווייניג און אנגעפאנגען מיט אים טאנצן. האבן די סאלדאטן זיי ביידע ארויסגעווארפן פון באזע, און ווען ר' אברהם צבי האט שפעטער געוואלט צוריק אריינגיין, האבן זיי אים געבעטן אן איי-די קארטל, און נישט האבנדיג, האבן זיי אים נישט אריינגעלאזט. האט ער זיך אויפגעהויבן און איז צוריקגעפארן קיין ירושלים, וואו ס'איז ביינאכט פארגעקומען א פרייליכע קבלת פנים, וואו מ'האט אים מקבל געווען בכבוד והדר.

בילד: ר' אברהם צבי לעדערמאן ארויסגעווארפן פון ארעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל