צווי ערדציטערנישן אין א צייט אפשניט פון בלויז דריי שעה האט זיך געשפירט אין סאן האזעי קאליפארניע, אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די ערשטע ערד ציטערניש פון 3.1 אויפ׳ן ריכטער וואג האט זיך געשפירט 7:19 אוונט, און איז נאכגעפאלגט געווארן מיט אן עטוואס שטערקערע טרייסל פון 3.9 אויפ׳ן ריכטער וואג ארום 10:30 ביינאכט. איינוואוינער האבן באריכטעט אז זיי האבן געשפירט א לייכטע טרייסל וואס האט אנגעהאלטן ארום 5 סעקונדעס. אבער עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין שום שאדנס. געאלאגן ווארענען שוין יארן איבער א מעגליכע ערנסטע ערדציטערניש אין די געגענט און ווארענען אז דאס איז א צייכן אז די אונטערערדישע פלאטעס זענען אומסטאביל און די אויטאריטעטן דארפן זיין גרייט פאר ערנסטערע ציטערנישן.

בילד: לייכטע ערציטערנישן טרייסלן קאליפארניע מיט קיינע שאדנס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל