א שוידערליכע סצענע האט זיך אפגעשפילט נעכטן זונטאג פארטאגס ווען א גאסן געפעכט איז פארוואנדלט געווארן אין א בלוטיגע סצענע נאכדעם וואס דער 22 יעריגער עידריען הערי האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מארד מיסיע אין א כעס אטאקע וואס ער האט געהאט איבער א געשלעג וואס האט ווי עס שיינט זיך אנגעהויבן איבער פארקינג ספאט, ער האט אין זיין ווילדקייט ארויפגעפארן אויפ׳ן טראטואר וואס איז געווען פיל מיט צושויער און האט פארוואונדעט עטליכע און אומגעברענגט דעם 23 יעריגער ריקארדא שאטערגון וואס - איראניש - שטעלט זיך ארויס צו זיין זיינער א נאנטער פריינט, ער איז דאן צוגעלאפן צום אנדערן קאר און דערשטאכן די צוויי וועלכע זענען געזיצן אינעם פאדערשטן זיץ. פאליציי האט געקייטל הערי נאכדעם וואס ער איז געקומען צום שפיטאל צו באהאנדלט ווערן פאר שניט וואונדן, ער וועט ווערן אנגעקלאגט אין א רייע קלאגעס אריינגערעכנט ערשטע גראד מארד.

בילד: קווינסער פארשוין אומגעברענגט זיין פריינט איבער א פארקינג ספאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל